Thursday, February 12, 2009

שפּראַכן און מענטשן



--


שפּראַכן שטאַרבן ניט,

מענטשן שטאַרבן אויס...


מענטשלעכקייטן שטערבלעכע

פאַרגעסן פון פאַרויס,

אַז שפּראַכן שטאַרבן – ניט,

בעת זיי, זיי – שטאַרבן אׇפּ.


ווערטער גייען ניט לאיבוד,

ווערטן קומען אׇפּ

דער וועלט וואׇס קוים

זי זשיפּעט,

מיט דער פּוטער אַראׇפּ...


מענטשן,

הערט זיך־צו צו שפּראַכן

מיט האַרץ

מיט חוש

מיט קאׇפּ.


Saturday, February 07, 2009

ענטפער, הארץ מיינס

---


ווען דער גרויסער ווייטאׇג
ווערט
,ווייטאׇגדיקער
,שאַרפער
וואׇס זשע, זאׇל מען
?דענצמאׇל טאׇן
,מיין האַרץ
...גיב עצה, וואַרט ניש

זיך וואַרפן גלייך
אַראׇפּ פון באַרג
,פונעם באַרג דעם העכסטן
די גאׇרע טיפקייט
פונעם תהום
מיט זיך אַליין
?אויסמעסטן

צי אפשר גאׇר, זיך נעמען קלאׇר
,ווידער ווייטער שפּאַנען
נעמען אין די הענט די פיס
,און קלעטערן ביז וואַנען
ס'וואַקסן ווידער־אויף
ביי דיר
?פליגל שפּאׇגל־נייע

,ענטפער, האַרץ מיינס
,ענטפער מיר
מיין וועגווייזער
.געטרייער



Wednesday, January 28, 2009

ווידער שניי

-








ס'איז מסתמא שניי,

דער פרישער, נייער

ס'איז מסתמא

ווייכקייט

פון זיין פאַלן



ווי דערמאׇנונג

וועגן ווייסער,

יונגער כלה

וואׇס מיט פרייד

פילט־אׇן דיך

אין־לשער



און די לופט

איז ווייך און צאַרט,

און ס'דאַכט זיך

ס'איז אַ וועלט

אַ יום־טובדיקע, נייע



ביז די וויוגע

זיך צעשפּילט,

צעלאַכט זיך

און די פרייד

פאַרקאׇוועט

זיך פארטייעט




Saturday, December 13, 2008

דו זאגסט איך זאל פארגעסן







דו זאׇגסט איך זאׇל פאַרגעסן...

פאַרגעסן זיך אַליין,

דיין ערדישן געלעכטער,

דיין הימלישן געוויין?


דו זאׇגסט איך זאׇל פאַרמעקן,

פאַרקלעמען שטייף די ציין,

פאַרווישן אַלע שטעגן,

פאַרשטשעמען שטיין און ביין...


ווי קאׇן איך און ווי מעג איך

פאַרגעסן דיך אין זיך?

פון קלעמעניש צעפרעסן,

געדענקשאַפט ווערט מיין פליכט,


מיין דאׇרשטיקע עשירות,

מיין אייביק וואׇרע ליכט,

פון סאַמע זלידנע קרירות

פון אַל דאׇס בייז פאַרהיט.


דו גלייבסט איך וועל פאַרגעסן,

נאׇר איך פאַרגעס אַלץ ניט

די הימלישע אַדרעסן,

דאׇס ערדישע געוויכט.