ס'קאָן זיין אַז ס'וועט קלינגען גאַנץ תמעוואַטע,
נאָר ס'טרעפט: די נשמה גייט אויס נאָך אַ ליד, –
אַ ליד אָן שום קונצן, אַ ליד אָן אַ דאַטע,
אַ ליד וואָס לאָזט איבער אַ הערלעכן סליד.
און טאָמער דערפון וועלן אַנדערע לאַכן,
דו, ווער ניט אַנטמוטיקט, מיין ליב טייער קינד,
עס וואַרטן אויף דיר אויף דער ערד'ס ברייטע שליאַכן
און סטעזשקעס פיל שפּורן: אַיעטווידער – זינגט!
דו וועסט זיי געפינען, ווי קאָן דען זיין אַנדערש,
געבענטשט ביסט דעראויף פון דיין שורש און שטאַם,
ביז קריק פונעם סליד צו דעם ליד דו דערוואַנדערסט:
צום קלאָר ווייסן פערז, צי צום נאָכקלאַנג פון גראַם.
אָט דאַן, אויב סע טויג, דו פאַרשרייב עס לעת־עתה
(און מעגלעך אויף אייביק): דאָס ליד אָן אַ דאַטע.